ג תמוז
יום שלישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: חוקת, שלישי עם פירש״י.
תהלים: יח-כב.
תניא: הגהה. סוד... השכל.
אאזמו״ר [אדוני אבי זקני מורי ורבי] אמר: א אידישער קרעכץ וואס קומט ח״ו [חס ושלום] בסבה פון א ניט גוט גשמי איז אויך א תשובה גדולה, בפרט א קרעכץ בסבה פון א ניט גוט רוחני איז אודאי און אודאי א תשובה מעליתא. דער קרעכץ שלעפט ארויס פון עומק רע, און שטעלט אנידער אין א מעמד טוב.