ב אייר, יז לעומר
יום שישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: קדושים, שישי עם פירש״י.
תהלים: י-יז.
תניא: רק שאעפ״כ ... וכנודע.
יום הולדת את אאזמו״ר [אדוני אבי זקני מורי ורבי] - בשנת תקצ״ג.
צו זיבען יאהר האט עם אמאל דער צ״צ [צמח צדק] פארהערט. דער זיידע האט געמאכט אזוי גוט, אז זיין מלמד איז זייער נתפעל געווארען, האט זיך ניט געקענט איינהאלטען און געזאגט דעם צ״צ [צמח צדק]: הא, וואס זאגט איהר, ער מאכט גוט. דער צ״צ [צמח צדק] האט איהם געענטפערט: וואס איז די התפעלות, אז תפארת שבתפארת מאכט גוט.