Hayom Yom

א׳ אייר

א אייר, ב דר״ח [דראש חדש] טז לעומר

יום חמישי (תש״ג)

שיעורים: חומש: קדושים, חמישי עם פירש״י.

תהלים: א-ט.

תניא: והנה ב׳ ... ,סד, אהבת עולם.

מען האט געזאגט אמאל פאר׳ן טאטען - אין א פארבריינגען ספירה-צייט אין די יאהרען תרנ״א-נ״ג: דעם אלטען רבין׳ס חסידים פלעגען אלעמאל ציילען. דער ווארט איז דעם טאטען זייער געפעלען געווארען. ואמר: אזוי איז דער ענין העבודה. די שעות דארפען זיין געציילטע, דאן זיינען די טעג געציילטע. אז עס גייט אוועק א טאג, דארף מען וויסען וואס מ׳האט אויפגעטאן און וואס מ׳דארף ווייטער טאן... בכלל דארף מען זעהן אז דער מארגען זאל זיין א סך שענער ווי דער היינט.