כג חשון
יום ראשון (תש״ד)
שיעורים: חומש: תולדות, פ׳ ראשונה עם פירש״י.
תהלים: קח-קיב.
תניא: ל. מודעת...ומספר וד״ל.
צוויי און צוואנציג מאל האט מען ארערסטירט דעם צ״צ [צמח צדק] אויף דער אסיפת הרבנים אין פעטערבורג, תר״ג, פאר זיין אנטקעגענשטעלען זיך דער פאדערונג פון דער מלוכה וועגען שינוים בחנוך וכו׳. דער מיניסטער האט אים געפרעגט: דאס איז דאך מרידה במלכות? דער צ״צ [צמח צדק] האט געענטפערט: מורד במלכות איז חייב מיתה בגוף, אבער מורד במלכות שמים איז חייב מיתה בנפש. איז וואס איז גרעסער?