Hayom Yom

י״ז חשון

יז חשון

יום שני (תש״ד)

שיעורים: חומש: חיי שרה, שני עם פירש""י.

תהלים: פג-פז.

תניא: והנה מודעת ... חטאת וכו׳.

מ׳דארף היטען דעם זמן, מ׳דארף מקבל זיין עולה של תורה. יעדער זמן, יעדער טאג וואס גייט אוועק, איז דאס ניט נאר א טאג נאר א ענין אין לעבען, די טעג גייען כמאמר [ירושלמי ברכות פ״א [פרק א׳] ה״א [הלכה א׳]] יום נכנס ויום יוצא שבת נכנס כו׳ חדש כו׳ שנה כו׳. דער טאטע האט געזאגט בשם רבינו הזקן: אזומערדיגער טאג און אווינטערדיגע נאכט איז א יאהר.