כט תשרי
יום חמישי (תש״ד)
שיעורים: חומש: נח, חנישי עם פירש״י.
תהלים: קמ-קמד.
תניא: והנה...האר״י ז״ל.
מברכים ברכת הקשת, ולא כיש מפקפקים בזה.
איינער פון די מעזיבוזשער בעלי בתים האט געהאט א מחלוקת מיט נאך א בעל הבית, און זייענדיג אמאל בא דעם בעש״ט [בעל שם טוב] אין שוהל האט ער געשריען, אז ער וואלט זיין בר פלוגתא קורע כדג זיין.
דער בעש״ט [בעל שם טוב] האט געהייסען די תלמידים געבען איינע די אנדערע די הענט, און זיך שטעלען לעבען אים מיט צוגעמאכטע אויגען. דער בעש״ט [בעל שם טוב] האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די אקסלען פון די צוויי תלמידים, וועלכע זיינען געשטאנען לעבען אים, פלוצלונג האבען די תלמידים אנגעהויבען שרייען פון גרויס שרעק: זיי האבען געזעהן ווי דער בעל הבית איז קורע כדג זיין בר פלוגתא.
דאס באווייזט קלאהר, אז פון יעדער כח איז פאראן א פועל דבר: אדער אין א לבוש חומרי, אדער א רוחני וואס מי קאן אים אנעמען נאר מיט העכערע און איידעלערע געפילען.