ד מנחם אב
יום חמישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: דברים, חמישי עם פירש״י.
תהלים: כג-כח.
תניא: ומה שמשבחים...'200' היא מיד.
מיט דער גרעסטער הארעוואניע קען מען ניט פארדינען קיין איין סענט מעהר וויפיל השי״ת [השם יתברך] האט אפגעשטעלט, אז דער און דער מענש זאל פארדינען. מען בעדארף טאן וויפיל עס איז נויטיג, אבער מען מוז געדיינקען, אז די גאנצע ארבעט, איז מער ניט ווי א טפל, דער עיקר איז די ברכה פון השי״ת [השם יתברך], און די ברכה פארדינט מען ווען מען איז א ערליכער איד: תפלה בצבור, שמירת שבת בהידור, כשרות בהשגחה גדולה, חינוך הבנים בא מלמדים ערליכע אידען.