Hayom Yom

כ״ו אב

כו מנחם אב

יום שישי (תש״ג)

שיעורים: חומש: ראה, שישי עם פירש״י.

תהלים: קיט, מה...לא שכחתי.

תניא: והנה...הגורל ממש.

משיחות אאמו״ר [אדוני אבי מורי ורבי]: אין דעם יציאת מצרים פון חסידות, איז פאראן די מצוה פון סיפור יצ״מ [יציאת מצרים] בדבור, דערציילען חסידישע ספורים און דערהערען דעם סיפור אין א פנימית דפנימית. מ׳בעדארף וויסען אז יעדער סיפור איז א הוראה בחיים. יעדער ספור בעדארף בריינגען א מדה טובה און א חיות פנימי אין א הידור מצוה און דערהערען דעם דרכי נועם פון תורת החסידות.