כד מנחם אב
יום רביעי (תש״ג)
שיעורים: חומש: ראה, רביעי עם פירש״י.
תהלים: קיג-קיח.
תניא: והנה הארה...'222' מרוב.
מקובל רבי מפי רבי: אין דער צייט פון מחלוקת הידועה, האבען חסידים דערציילט דעם אלטען רבי׳ן די גרויסע יסורים וואס מ׳האט פון די מתנגדישע פראסטע אידען. האט דער רבי געזאגט: דער זיידע - אזוי פלעגט דער רבי רופען דעם בעש״ט [בעל שם טוב] - האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידען. אין די ערשטע טעג ווען איך בין געווען אין מעזריטש, האט דער רבי הה״מ [הרב המגיד] געזאגט: מרגלא בפומיה פון רבי׳ן - הבעש״ט [הבעל שם טוב] - אהבת ישראל איז אהבת המקום, בנים אתם לה׳ אלקיכם, אז מען האט האלט דעם פאטער האט מען האלט די קינדער.