יב מנחם אב
יום שישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: ואתחנן, שישי עם פירש״י
תהלים: סו-סח.
תניא: אך מי...תדרשנו.
דער רבי - אדמו״ר [אדוננו מורנו ורבינו] הזקן - האט געזאגט פון מעזריטשער מגיד פון בעש״ט׳ס [בעל שם טוב׳ס] וועגען: ואהבת לרעך כמוך איז א פירוש וביאור אויף ואהבת את ה׳ אלקיך. אז מ׳האט האלט א אידען, האט מען האלט דעם אויבערשטען, ווייל א איד האט דאך אין זיך א חלק אלקה ממעל, איז אז מ׳האט האלט דעם אידען, דעם אינוועניג פון איהם, ממילא האט מען האלט דעם אויבערשטען.