ז תמוז
שבת (תש״ג)
שיעורים: חומש: חוקת, שביעי עם פירש״י.
תהלים: לט-מג.
תניא: פרק יא. והנה... '176' בלבו.
אאמו״ר [אדוני אבי מורי ורבי] אמר: חסידות איז נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחילתן, די דרגא פון עיגולים מבלי אשר ימצא ראש וסוף, אבער אחר כל זה איז דער עיקר איז סדר.
דער בעש״ט [בעל שם טוב] איז געווען א מסודר, דער מעזריטשער האט מדקדק געווען אויף סדר, און דער עלטער זיידע - רבינו הזקן - האט געלערענט חסידים זיי זאלען זיין מסודרים, דאס זעהט מען אין זיינע מאמרים, בריף, ניגונים. די חסידים וואס האבען געהאט א זמן קבוע אויף קומען אין ליאזנא - דערנאך אין ליאדי - האבען ניט געהאט קיין רשות בייטען דעם זמן אן א רשיון פון רבי׳ן, אויף באקומען א רשיון האט מען געדארפט זאגען א טעם.
באם רבי׳ן איז געווען א ועד מיוחד אויף פיהרען סדר החסידים ובראשו מהרי״ל [מורנו הרב ר׳ יהודה לייב] אחי רבינו, און א באזונדער ועד אויף אנפירען מיט חסידישע יונגעלייט ובראשו אדמו״ר [אדוננו מורנו ורבנו] האמצעי.