כו תמוז
יום חמישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: מטות-מסעי, חמישי עם פירש״י.
תהלים: קיט, מה...לא שכחתי.
תניא: והאיך... בתשובה כנודע.
אין לערנען איז די איבערגעגעבענקייט פון מענטשען צו א זאך, וועלכע ער וויל פארשטיין און פארשטייט. אין דאוונען איז די איבעגעגעבענקייט צו העכער ווי פארשטאנד.
אין לערנען תורה פילט זיך א איד ווי א תלמיד בא א רבי׳ן, אין דאוונען - ווי א קינד בא א פאטער.