Hayom Yom

ט׳ סיון

ט׳ סיון

שיעורים: חומש: נשא שביעי עם פירש״י.

תהלים: מט-נד.

תניא: וכ״ש... '154' הבריאה.

די וועלט דארף האבען טהרת האויר. טהרת האויר איז נאר דורך אותיות התורה. די אותיות שבתורה זיינען א שמירה כללית און א שמירה פרטית. חלוקת השתא סדרי משנה [בעל-פה] איז א "ובלכתך בדרך"'דיקער. די משנה משניות וואס מען וועט חזר׳ן וואו מען וועט זיין, אין וואס פאר א פלאץ מען וועט זיין, וועט באלייכטען די פארבינדונג פון ישראל מיט קוב״ה [קודשא בריך הוא]. משנה איז אותיות נשמה. עס איז זייער שווער צו געפינען די ווערטער אויסצודריקען דעם גרעסטען תועלת בעזה״י [בעזרת ה׳ יתברך] אין דער שמירה כללית און דער שמירה פרטית, וואס דער כסדר׳דיגער חזר׳ן משניות וועט בעזה״י [בעזרת ה׳ יתברך] בריינגען און עס פעלען אויס די ווערטער צו באשרייבען דעם גרויסען נחת רוח, וואס מען וועט פארשאפען דעם בורא עולם ב״ה [ברוך הוא].