Hayom Yom

ז׳ אדר ב׳

ז אדר שני

יום ראשון (תש״ג)

שיעורים: חומש: ויקרא, פרשה ראשונה עם פירש״י.

תהלים: לט-מג.

תניא: פרק לו. והנה - '90' ואפסי עוד.

אז מען געהט אין גאס דארף מען טראכטען דברי תורה צי אין מחשבה צי אין דבור, דאס ווענדט זיך, צי מען מעג ע״פ [על פי] דין ריידען דארטען דברי תורה. אבער אז ער געהט און איז ניט פארנומען אין דברי תורה, זאגט אים דער שטיין אויף וועמען ער טרעט: בולאך [גולם] וואס טרעטסטו אויף מיר? מיט וואס ביסטו העכער פאר מיר?