ד אדר שני
יום חמישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: פקודי, חמישי עם פירש״י.
תהלים: כג-כח.
תניא: פרק לה. והנה - 'מד׳ ועבודתם.
צו חסידות ביים מיטעלען רבי׳ן, איז געווען זייער שטיל, דאך פלעגט ער בשעת חסידות זאגען: שא, שא.
דער טאטע האט עס ערקלערט, אז דאס איז געווען אויף להשקיט נביעת המוחין. און האט מיט דעם מבאר געווען דעם מאמר הזהר סבא דעתוהי סתים דשקיט ושכיך.