Hayom Yom

י״ב אדר ב׳

יב אדר שני

יום שישי (תש״ג)

שיעורים: חומש: ויקרא, ששי עם פירש״י.

תהלים: סו-סח.

תניא: פרק לז. והנה - בעבירה ח״ו.

דער אנהויב פון פרשת הקרבנות איז: אדם כי יקריב מכם קרבן לה׳. עס האט דאך געדארפט שטיין אדם מכם כי יקריב גו׳, זאגט דער אלטער רבי: אדם כי יקריב, בכדי א מענטש זאל ווערען נעהנטער צו השי״ת [השם יתברך] איז מכם קרבן לה׳, פון אייך אליין דארף זיין דער קרבן, מקריב זיין זיין אייגענע בהמה, דעם יצר הרע וואס ווערט אנגערופען נפש הבהמית.