Hayom Yom

ט׳ אדר א׳

ט אדר א

יום ראשון (תש״ג)

שיעורים: חומש: תצוה, פרשה ראשונה עם פירש״י.

תהלים: מט-מד.

תניא: פרק כא. אך - 'לו׳ וגסותן.

אז מען געהט אין גאס און מען טראכט משניות תניא, און מ׳זיצט אין קראם [סטאר] מיט א חומש, א תהלים, איז איצט איז דאס טייערער, ווי אין דער צייט, ווען אין גאס [סטריט] איז געווען ליכטיג באור תורה. מ׳טאר ניט געהן אין גאס אליבא רקניא, מען דארף האבען תורה, מיט וואס צו געהן אין גאס.