ו אדר א
יום חמישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: תרומה, חמישי עם פירש״י.
תהלים: לה-לח.
תניא: ולא עוד - '68' לעילא הרבה
משיחות אאמו״ר [אדוני אבי מורי ורבי]: עס איז א מעלה נפלאה, וואס דער אויבערשטער ב״ה [ברוך הוא] איז מזכה און מען קריגט א חוש מיט א געשמאק א אידען א טובה טאן, ביז אז יענער ווערט בא אים טייערער ווי ער בא זיך, ווארום אויף זיך קען ער געפינען כמה טעמים פאר וואס עס קומט אים זאל, ח״ו [חס ושלום], זיין ניט גוט, אבער אויף דעם אנדערען איז דאס ניט שייך כלל.