Hayom Yom

י״ז אדר

יז אדר

יז אדר א

א סך יאהרען נאך פאר פעטערבורג [המאסר שם בשנת תקנ״ט], איז דער אלטער רבי אמאל ארויס צום עולם און האט געזאגט: אין גן עדן דערהערט מען די טייערקייט פון עולם הזה. לא מיבעי מלאכי השרת, אפילו נאצלים הראשונים וואלטען אלץ אוועק געגעבען פאר א אמן יהא שמי׳ה רבא פון א אידען, אז ער זאגט בכל כחו כפירושו בכל כוונתו, היינו אז ער איז אינגאנצען אין דעם.

דאס איז געווען דער גאנצער מאמר, און ער האט געפועלט אזא התלהבות והתלהטות בא די הערער, אז א גאנץ יאהר האט מען געזאגט איש״ר [אמן יהא שמי׳ה רבא] מיט א ברען.

שיעורים: חומש: תשא, שני עם פירש״י.

תהלים: פג-פז.

תניא: והנה באמת. '76א׳ בתולדתו.

יז אדר שני

באמירת תהלים [פז. ז] אומרים כל מעיני הכ״ף בקמץ, בסדר ברכת המזון - הכ״ף בחולם.