כב שבט
יום חמישי (תש״ג)
שיעורים: חומש: יתרו, חמישי עם פירש״י.
תהלים: קו-קז.
תניא: ומאחר שרצון - בלא״ה.
עס זיינען דא צווייערליי חוקים: א) א געזעץ וועלכער שאפט לעבען ב) א געזעץ וועלכער ווערט באשאפען פון לעבען. מענשליכע געזעצען זיינען געשאפען פון לעבען, דערפאר זיינען זיי אין יעדער לאנד פארשידען, לויט די תנאים פון לאנד. תורת ה׳, איז דער ג-טליכער געזעץ וועלכער שאפט א לעבען. תורת ה׳ איז תורת אמת, די תורה איז אין אלע ערטער און אין אלע צייטען גלייך, תורה איז נצחית.